Monday, April 09, 2018
Thursday, September 21, 2006
אַ גוטן טאָג ניו־יאָרק, מעשהלע פון צויבער מענטש און שטאָל:
מיין שטעטעלע אין חלום איז אַ טורעם־שפּיץ פון ניו־יאָרק,
אַ שטיבעלע צווישן שטערן איז אַ קוימען פון ניו־יאָרק.
אין אַלע וואונדער איבער וואונדער איז מיכאַלישעק דאָ.
ריזן פון חדר אויף בראָדוויי קומען ליכט־מילן מאָלן.
גיבורים פון חומש – נפילים קלעטערן אין ניו־יאָרק.
פונעם רויש פון אַ מאָטאָר הילכט אַרויס יהושעס קול.
אַ פּשוטע ראָד איז ווי די זון פון גבעון אין ניו־יאָרק.
איז ווי אַן ערשטער טראָט דורך די דורות פון ירושלים,
אַ טורעם ווי עוג מלך הבשן אין ירושלים.
אַ בענקשאַפט לאַנג ווי גלות, אין ניו־יאָרקער האַפן,
די אויגן מיט פאַרשפּילטע נעכטנס פאַרגאַפט.
איך וועל זען מלאכים פון שטאָל אויך אין ירושלים.
אַ אומרו פון אַלע מיינע ניו־יאָרקער יאָרן.
איך וועל זיין אַ גליד פון ניו־יאָרק אויך אין ירושלים.
וויל פאַרטראָגן אין נגב די שטאָט איבער אַלע שטעט.
נאָך אַ בליק, נאָך אַ טרער אויף דער שטאָט איבער אַלע שטעט.
וויפל שטערן, אַזוי פיל אייביק־וואַכע ניו־יאָרקער שויבן.
הינטער מיר האַלדזן זיך, קושן זיך שטאָטישע רויכן.
יאָרן פאַלן אין אַ ראָד – אַ וואַלד פון טעג און נעכט.
אַ לעצטער, לעצטער בליק אויף דער שטאָט איבער אַלע שטעט.
איך וועל שוין אייביק זען שטערן, ווי ניו־יאָרקער, נאַכטיקע שויבן.
כי טוב, אָ צפת, כי טוב
איך האָב די ליכטער פון בראָדוויי, די פּראַכט פון פינפטער עוועניו,
אויף משיחס אָרעם אייזעלע פון צפת אויסגעביטן,
און אויב שענער פון אַלע געטער איז פינפטע עוועניו,
וואָלט דערפאַר משיח אויף דעם "עמפּייער סטעיט" ניט געריטן.
מעשהלעך פון ניו־יאָרק דערציילן שטאָלן
נאַכטיקע פייערן פון מאַזאָליעס אויסגעגלעט.
דאָס האַרץ פון בויער שלאָגט שטענדיק אין ליכטיקן שטיין פון שטאָל,
נאָך אויך אין צפת, זיינען הענט: פּאָעטן פון זעג, הובל, דלאָט.
אויב מעשיות פון טויזנט און איין זון איז די נאַכט אין ניו־יאָרק,
איז גאָר די שיין פון חומש אין זונפאַרגאַנג פון גליל,
זיינען מיר נאָענט די ווייטע, נאַכטיקע שויבן פון ניו־יאָרק,
ווי אייגן ס'זיינען מיר אברהמס שטערן אין גליל.
אויב ביי עלעקטרישע לעגענדעס איז, ניו־יאָרק דער אֵין־סוף,
זאָגט גאָט ביים ליכט פון אַלע ספירות: כי טוב, אָ צפת, כי טוב.
Monday, May 01, 2006
Sunday, November 06, 2005
אַ פישעלע
מיין מיידעלע טרוים געווידמעט
:אָ, שיין פישעלע מיט פייען־אויגן
ניט זוך דעם ים
— אין מוטנעם וואַסער פון דער שיסל
אויב ס'איז צו דיר אַ זינקענדיקע וועלט
,די קליינע שיסל
.וועט דיך קיינער ראַטעווען פון זינקען
,איין פליגעלע האָט דער פישער אָפּגעריסן
;ווען ער האָט אין נעץ דיך געצויגן
— דאָס צווייטע פליגעלע האָסטו אַליין צעביסן
?אפשר וואָלסטו גאָר אַוועקגעפלויגן
דאָס קראַנקע פישעלע
האָט שוין די טראָפּנס וואַסער
— פון אייגן לייב אויסגעזויגן
,פּאַטשט זי מיטן עק די שאַרפע ברעגן פון דער שיסל
.שאָבט זיך אַליין דאָס פישעלע אָפּ
,שיין פישעלע מיט פייען־אויגן
אויפן טיש דער מעסער
.סוידעט זיך מיט דעם פּוסטן טאָפּ
.בלייבן וועט דיין פּיין — אין ענגער שיסל
.ביסט ווי איך געבאָרן פון אַ מאַמען
,איך בין אַ מיידעלע נאָך אַ קליינע
— ווען איך וואָלט געוועזן גרעסער
וואָלט איך אָפּגענאַרט דעם מעסער
.און פאַרטראָגן דיך אין טיפסטע ימען
Tuesday, September 06, 2005
ס'האָט דאָס וואָרט מיין באָבע מאָינע
:הער, דער שטורעם דערציילט
,פאַראַנען מצוות וואָס זינדיקן אַפילו אין גן־עדן
;דורך זיי די שיינקייט, ווי אַף קוליעס גייט
,פאַראַן עבירות וואָס זינדיקן ניט אַפילו אין גיהנום
.דורך זיי, דער גיהנום — איז די וויינענדיקסטע פלייט
,ווי ס'גלוסט דעם הונגער צו דער זעט
.גלוסט די זעט צו דעם הונגער
,צום דורשט פון מדבר ציט דעם ים
.ווי ס'ציט דעם מדבר צום אָנגעטרונקענעם ים
.דער רעגן וועט דעם שטויב קיינמאָל ניט פאַריאָגן
.דער שאָטן וועט פון ליכט זיך קיינמאָל ניט שיידן
,אין מערב מוז זיין נאַכט און נאַכט און נאַכט
.איידער אין מזרח הייבט אָן טאָגן
:הער, דער שטורעם דערציילט
,דעם דונער איז באַשערט
,דערפאַר איז דאָ אַזויפל שטומקייט אין דעם דונער
.וויי צום שטאַמלער וואָס וויל ווי דער דונער שרייען
;אין ווייט הילכט ווי שטאָל, דאָס ווינטיקע קלאָגן
,דורך די אימפּעטדיקע שויבן
;איז יעדע פּלאַציקייט — אַ פליענדיקע רייף
— ,פעלדער הייבן סטאַדעס בעק אין שווינדלדיקן לויף
,אַף אַ יאָגנדיקן באַן, זיינע אַלע בעק באַנען
.נאָר וויי צום באָק וואָס וויל ווי דער באַן זיך יאָגן
:הער, דער שטורעם דערציילט
די רציחה פון ניט פאַרקיטעוועטע שויבן
,און די בייזע לאָדנס אין געשלעג מיטן ווינט
.קענען אַ ווינטערדיקע שטוב צום פרילינג ניט הייבן
,וועל איך די שענסטע באָבע־מעשה דיר דערציילן
,פון אַ שנייאיקן פעטער
.מיט אַ קאָפּ — צען בערג, מיט פיס — טויזנט היילן
,דערווייל, אַ מעשהלע אַ פּראָסטע וועסטו הערן
— ווי עס טרומייטעוועט אַ שטרוי
;איך וועל דעם פייער אין ווינט פאַרצאַמען
,ווי עס ציגעט אַ ציגעלע — איך בין עלטער פון מיין מאַמען
.ווי עס כאָרכלט אַ בלאָטקעלע — איך בין דער ים
* * *
דער שעכטער פון וועלטישער בוינע
,אין נאָבעלן צילינדער, אין נעטן פראַק
.איז ער דער שעכטער פון וועלטישער בוינע
מיינע תכריכים, שוין אַזויפל דורות רייסט ער
,און מיט די ריסן פון דעם הייליקן געוואַנט
.די זון פון מיין פאָלק אַלץ בלינדער פאַרהענגט ער
— אַ ליכטיקייט פון דעם בליאַסק פון גילאָטינעס ברענגט ער
!אָי, המנס ליכטיקייט
,און ס'לויכט די האַק
— ,ניט נאָר איבער די מאַרטירער־אייניקלעך מיינע
,ס'לויכט אויך די האַק
.איבער די שוין לעצטע גלידער פון דיין טויטער באָבע מאָינע
Monday, September 05, 2005
.די אומרו נאָך ווייטע לענדער האָט מיך קיינמאָל ניט געצויגן
.די בענקשאַפט נאָך וואַנדער האָט מיינס אַ רגע קיינמאָל ניט פאַרצערט
,מיט פריינט אַרום טיש בין איך די וועלט, האַרץ צו האַרץ דורכגעפלויגן
.איז מיר וואַנדערן דורך שמועס, אַ לעבן לאַנג געווען באַשערט
.דער וואַנדער אַרום טיש איז די עלטסטע רייזע אַרום דער וועלט
.דער פריינט אַרום טיש איז שענער פון יעדער שיינקייט, דורך אַלע רייזעס
?וואָסער קונץ פון עראָפּלאַן, קען די וואונדער פון אַ וואָרט ווייזן
:וואָסער שיף שווימט גרינג, ווי דער שמועס ביים טעפּעלע קאַווע — הער
.אָט איז אַ וואָרט — נחס בלאַט, אָט אַ שפּרייז: אַ ווינט — די ערשטע באַן
.אָט איז אַ וואָרט — אַ פעלדז, אַ גיבור וואָס ציט די ערד צו די שטערן
:אָט איז אַ וואָרט — אַ האַנט וואָס נעמט גאָר דאָס בייז אַוועק פון דאַנען
– בלייבט אַלדאָסגוטס מיט גאָר דעם בלענד פון פרייד, מי און שפע פאַרגאַפט
.ווערט יונג די ערד, ניי דער מענטש: אָדמס ערשטער בליק אויף וועלט באַשאַף
*
.אָ דער גליענדיקער שמועס מיט חברים ביז שפּעטער נאַכט
.דאָס ליכט פון קיינמאָל ניט פאַרגאַנגענע זונען לויכט אַרום טיש
.דאָס וואָרט איז די איינציקע שווערד דורך די מוראדיקסטע שלאַכטן
.דער רויך פון סיגאַרעטן קרייזט און ווייזט פּלאַנעטן אַרום טיש
.דער שמועס אַרום טעפּעלע קאַווע איז די ווייטסטע נסיעה
,אָ, פאָרן דורך זוניקן געפּלאַפּל — פון דעם בלינדסטן אַמאָל
— ,ביז דער צייט ווען אויף דעם אָרט פון תליות וועלן גערטנער בליען
ווען טורעמס פון חלום וועלן זיך פּאָרן מיט טורעמס פון שטאָל
.אָט ווערט דער טיש – אַ בייט פאַר דער ווייטסטער נאָך ניט פאַרזייטער רויז
.אָט זעצט זיך מיט אונדז ישיעה ביים טיש — דער קריגער קעגן שווערד
אָט פירט אַ קינד אַ וועגעטאַרישן וואָלף פון תנך אַרויס
.און פאַריאָגט דאָס געוויין פון מענטש, פון בוים און חיה פון גאָר דער ערד
,אָ, דער שמועס מיט חברים זאָגט אָן דער וועלט, דורך שפּעטער נאַכט
.אַז בלייבן וועט דאָס וואָרט — די איינציקע שווערד נאָך אַלע שלאַכטן
Sunday, September 04, 2005
צו אַ פלאַטערל
זע, דאָס
פלאַטערל
גרייט זיך פאַרגיין
ביים ערשטן גלי פון
,געבאָרן ווערן. אוי
אַזויפל שאָטנס איילן
פאַרנאַכט אַן איינציק פלאַטערל
:באַפאַלן. דיין טאָג, דיין גרויס לעבן
די וועלט קומט אום ביי דעם אָנקום פון דיין
אָוונט. אוי, פלאַטערל, ביים סוף פון דיין טאָג
ווער איך, ווי דו, אַ וועלט אַזאַ וואו ס'איז ניטאָ
קיין הימל, קיין ערד, קיין לעבן, קיין טויט — אַ וועלט פון
גאָרנישניט. פלאַטערל, מיר וועלן בלייבן ביידע אין
ווינט, נאָך אַ נעכטיקן טאָג זיך יאָגן. אויף אונדז וואַרט אַ נאַכט
אַזאַ, אַ בלינדע עקרה וואָס קען שוין ניט געבאָרן
קיין פאַרטאָג. פלאַטערל, איך בין ווי דו אויפגעגאַנגען
,אַזוי באַגינענדיק קלאָר. איך וועל ווי דו מיט הענט
.ווי פאַרבענקטע פליגל ביי אַ פענצטער פאַרגיין
אָן דיר, אָן מיר וועט נאָך פינצטערער ווערן
די פינצטערניש. איך וועל ווי דו מיט דער
הויך פאַרצווילינגט ווערן, בלייבן וועט
מיין ליבע ביי אַ צעדערבוים
מיט די קושן פון מיין מויל
פון מיר טרוימען. איך וועל
זיין די ליכטיקסטע
טרער אין אירע
טויטפולע
.אויגן