Menke Katz

געציילטע לידער פון דעם יידישן און ענגלישן דיכטער מעינקע קאַץ, 1906—1991

Thursday, September 21, 2006





אַ גוטן טאָג ניו־יאָרק

אַ גוטן טאָג ניו־יאָרק, מעשהלע פון צויבער מענטש און שטאָל:
מיין שטעטעלע אין חלום איז אַ טורעם־שפּיץ פון ניו־יאָרק,
אַ שטיבעלע צווישן שטערן איז אַ קוימען פון ניו־יאָרק.
אין אַלע וואונדער איבער וואונדער איז מיכאַלישעק דאָ.
ריזן פון חדר אויף בראָדוויי קומען ליכט־מילן מאָלן.
גיבורים פון חומש – נפילים קלעטערן אין ניו־יאָרק.
פונעם רויש פון אַ מאָטאָר הילכט אַרויס יהושעס קול.
אַ פּשוטע ראָד איז ווי די זון פון גבעון אין ניו־יאָרק.

מיין ערשטער טראָט אויף דער שיף אין ניו־יאָרקער האַפן,
איז ווי אַן ערשטער טראָט דורך די דורות פון ירושלים,
אַ טורעם ווי עוג מלך הבשן אין ירושלים.
אַ בענקשאַפט לאַנג ווי גלות, אין ניו־יאָרקער האַפן,
די אויגן מיט פאַרשפּילטע נעכטנס פאַרגאַפט.
איך וועל זען מלאכים פון שטאָל אויך אין ירושלים.
אַ אומרו פון אַלע מיינע ניו־יאָרקער יאָרן.
איך וועל זיין אַ גליד פון ניו־יאָרק אויך אין ירושלים.

דער אָוונט קומט, ווי ער וואָלט ניו־יאָרק אויף פייער־פליגל הייבן,
וויל פאַרטראָגן אין נגב די שטאָט איבער אַלע שטעט.
נאָך אַ בליק, נאָך אַ טרער אויף דער שטאָט איבער אַלע שטעט.
וויפל שטערן, אַזוי פיל אייביק־וואַכע ניו־יאָרקער שויבן.
הינטער מיר האַלדזן זיך, קושן זיך שטאָטישע רויכן.
יאָרן פאַלן אין אַ ראָד – אַ וואַלד פון טעג און נעכט.
אַ לעצטער, לעצטער בליק אויף דער שטאָט איבער אַלע שטעט.
איך וועל שוין אייביק זען שטערן, ווי ניו־יאָרקער, נאַכטיקע שויבן.






כי טוב, אָ צפת, כי טוב

איך האָב די ליכטער פון בראָדוויי, די פּראַכט פון פינפטער עוועניו,

אויף משיחס אָרעם אייזעלע פון צפת אויסגעביטן,

און אויב שענער פון אַלע געטער איז פינפטע עוועניו,

וואָלט דערפאַר משיח אויף דעם "עמפּייער סטעיט" ניט געריטן.

מעשהלעך פון ניו־יאָרק דערציילן שטאָלן

נאַכטיקע פייערן פון מאַזאָליעס אויסגעגלעט.

דאָס האַרץ פון בויער שלאָגט שטענדיק אין ליכטיקן שטיין פון שטאָל,

נאָך אויך אין צפת, זיינען הענט: פּאָעטן פון זעג, הובל, דלאָט.

אויב מעשיות פון טויזנט און איין זון איז די נאַכט אין ניו־יאָרק,

איז גאָר די שיין פון חומש אין זונפאַרגאַנג פון גליל,

זיינען מיר נאָענט די ווייטע, נאַכטיקע שויבן פון ניו־יאָרק,

ווי אייגן ס'זיינען מיר אברהמס שטערן אין גליל.

אויב ביי עלעקטרישע לעגענדעס איז, ניו־יאָרק דער אֵין־סוף,

זאָגט גאָט ביים ליכט פון אַלע ספירות: כי טוב, אָ צפת, כי טוב.