Menke Katz

געציילטע לידער פון דעם יידישן און ענגלישן דיכטער מעינקע קאַץ, 1906—1991

Sunday, September 04, 2005


צו אַ פלאַטערל


זע, דאָס

פלאַטערל
גרייט זיך פאַרגיין
ביים ערשטן גלי פון
,געבאָרן ווערן. אוי
אַזויפל שאָטנס איילן
פאַרנאַכט אַן איינציק פלאַטערל
:באַפאַלן. דיין טאָג, דיין גרויס לעבן
די וועלט קומט אום ביי דעם אָנקום פון דיין
אָוונט. אוי, פלאַטערל, ביים סוף פון דיין טאָג
ווער איך, ווי דו, אַ וועלט אַזאַ וואו ס'איז ניטאָ
קיין הימל, קיין ערד, קיין לעבן, קיין טויט — אַ וועלט פון
גאָרנישניט. פלאַטערל, מיר וועלן בלייבן ביידע אין
ווינט, נאָך אַ נעכטיקן טאָג זיך יאָגן. אויף אונדז וואַרט אַ נאַכט
אַזאַ, אַ בלינדע עקרה וואָס קען שוין ניט געבאָרן
קיין פאַרטאָג. פלאַטערל, איך בין ווי דו אויפגעגאַנגען
,אַזוי באַגינענדיק קלאָר. איך וועל ווי דו מיט הענט
.ווי פאַרבענקטע פליגל ביי אַ פענצטער פאַרגיין
אָן דיר, אָן מיר וועט נאָך פינצטערער ווערן
די פינצטערניש. איך וועל ווי דו מיט דער
הויך פאַרצווילינגט ווערן, בלייבן וועט
מיין ליבע ביי אַ צעדערבוים
מיט די קושן פון מיין מויל
פון מיר טרוימען. איך וועל
זיין די ליכטיקסטע
טרער אין אירע
טויטפולע
.אויגן







0 Comments:

Post a Comment

<< Home