Menke Katz

געציילטע לידער פון דעם יידישן און ענגלישן דיכטער מעינקע קאַץ, 1906—1991

Monday, September 05, 2005

פריינט ביים טיש


.די אומרו נאָך ווייטע לענדער האָט מיך קיינמאָל ניט געצויגן
.די בענקשאַפט נאָך וואַנדער האָט מיינס אַ רגע קיינמאָל ניט פאַרצערט
,מיט פריינט אַרום טיש בין איך די וועלט, האַרץ צו האַרץ דורכגעפלויגן
.איז מיר וואַנדערן דורך שמועס, אַ לעבן לאַנג געווען באַשערט

.דער וואַנדער אַרום טיש איז די עלטסטע רייזע אַרום דער וועלט
.דער פריינט אַרום טיש איז שענער פון יעדער שיינקייט, דורך אַלע רייזעס
וואָסער זונאויפגאַנג קען, ווי אַ פריינט ביים טיש, די וועלט צעהעלן
?וואָסער קונץ פון עראָפּלאַן, קען די וואונדער פון אַ וואָרט ווייזן

:וואָסער שיף שווימט גרינג, ווי דער שמועס ביים טעפּעלע קאַווע — הער
.אָט איז אַ וואָרט — נחס בלאַט, אָט אַ שפּרייז: אַ ווינט — די ערשטע באַן
.אָט איז אַ וואָרט — אַ פעלדז, אַ גיבור וואָס ציט די ערד צו די שטערן
:אָט איז אַ וואָרט — אַ האַנט וואָס נעמט גאָר דאָס בייז אַוועק פון דאַנען

– בלייבט אַלדאָסגוטס מיט גאָר דעם בלענד פון פרייד, מי און שפע פאַרגאַפט
.ווערט יונג די ערד, ניי דער מענטש: אָדמס ערשטער בליק אויף וועלט באַשאַף



*


.אָ דער גליענדיקער שמועס מיט חברים ביז שפּעטער נאַכט
.דאָס ליכט פון קיינמאָל ניט פאַרגאַנגענע זונען לויכט אַרום טיש
.דאָס וואָרט איז די איינציקע שווערד דורך די מוראדיקסטע שלאַכטן
.דער רויך פון סיגאַרעטן קרייזט און ווייזט פּלאַנעטן אַרום טיש

.דער שמועס אַרום טעפּעלע קאַווע איז די ווייטסטע נסיעה
,אָ, פאָרן דורך זוניקן געפּלאַפּל — פון דעם בלינדסטן אַמאָל
— ,ביז דער צייט ווען אויף דעם אָרט פון תליות וועלן גערטנער בליען
ווען טורעמס פון חלום וועלן זיך פּאָרן מיט טורעמס פון שטאָל

.אָט ווערט דער טיש – אַ בייט פאַר דער ווייטסטער נאָך ניט פאַרזייטער רויז
.אָט זעצט זיך מיט אונדז ישיעה ביים טיש — דער קריגער קעגן שווערד
אָט פירט אַ קינד אַ וועגעטאַרישן וואָלף פון תנך אַרויס
.און פאַריאָגט דאָס געוויין פון מענטש, פון בוים און חיה פון גאָר דער ערד

,אָ, דער שמועס מיט חברים זאָגט אָן דער וועלט, דורך שפּעטער נאַכט
.אַז בלייבן וועט דאָס וואָרט — די איינציקע שווערד נאָך אַלע שלאַכטן



In%20Deep%20Conversation

"Deep Conversation" by Pam O’Connell

0 Comments:

Post a Comment

<< Home