Menke Katz

געציילטע לידער פון דעם יידישן און ענגלישן דיכטער מעינקע קאַץ, 1906—1991

Sunday, November 06, 2005





Chagall




אַ פישעלע

מיין מיידעלע טרוים געווידמעט


:אָ, שיין פישעלע מיט פייען־אויגן
ניט זוך דעם ים
— אין מוטנעם וואַסער פון דער שיסל
אויב ס'איז צו דיר אַ זינקענדיקע וועלט
,די קליינע שיסל
.וועט דיך קיינער ראַטעווען פון זינקען

,איין פליגעלע האָט דער פישער אָפּגעריסן
;ווען ער האָט אין נעץ דיך געצויגן
— דאָס צווייטע פליגעלע האָסטו אַליין צעביסן
?אפשר וואָלסטו גאָר אַוועקגעפלויגן

דאָס קראַנקע פישעלע
האָט שוין די טראָפּנס וואַסער
— פון אייגן לייב אויסגעזויגן
,פּאַטשט זי מיטן עק די שאַרפע ברעגן פון דער שיסל
.שאָבט זיך אַליין דאָס פישעלע אָפּ

,שיין פישעלע מיט פייען־אויגן
אויפן טיש דער מעסער
.סוידעט זיך מיט דעם פּוסטן טאָפּ
.בלייבן וועט דיין פּיין — אין ענגער שיסל

.ביסט ווי איך געבאָרן פון אַ מאַמען
,איך בין אַ מיידעלע נאָך אַ קליינע
— ווען איך וואָלט געוועזן גרעסער
וואָלט איך אָפּגענאַרט דעם מעסער
.און פאַרטראָגן דיך אין טיפסטע ימען


nezhbezh 1864

0 Comments:

Post a Comment

<< Home